טום בללייקה - Tum balalaika - Chansons enfantines israéliennes - Israël - Mama Lisa's World en français: Comptines et chansons pour les enfants du monde entier  - Intro Image

Texte informatisé

(Veuillez nous excuser si ça ne s’affiche pas correctement sur votre écran):

שטײט אַ בחור און ער טראַכט,
(או: שטײט אַ בחור, שטײט און טראַכט)
טראַכט און טראַכט אַ גאַנצע נאַכט:
וועמען צו נעמען און ניט פֿאַרשעמען,
וועמען צו נעמען און ניט פֿאַרשעמען?

טום־באַלאַ, טום־באַלאַ, טום־באַלאַלײַקע
טום־באַלאַ, טום־באַלאַ, טום־באַלאַלײַקע
טום־באַלאַלײַקע, שפּיל באַלאַלײַקע,
טום־באַלאַלײַקע, פֿריילעך זאָל זײַן!
(או: שפּיל באַלאַלײַקע, פֿריילעך זאָל זײַן!)

מיידל, מיידל, כ'וויל בײַ דיר פֿרעגן:
וואָס קען וואַקסן, וואַקסן אָן רעגן?
וואָס קען ברענען און ניט אויפֿהערן?
וואָס קען בענקען, וויינען אָן טרערן?

טום־באַלאַ, טום־באַלאַ...

נאַרישער בחור, וואָס דאַרפֿסטו פֿרעגן?
אַ שטיין קען וואַקסן, וואַקסן אָן רעגן,
ליבע קען ברענען און ניט אויפֿהערן,
אַ האַרץ קען בענקען, וויינען אָן טרערן!

טום־באַלאַ, טום־באַלאַ...

וואָס איז העכער פֿון אַ הויז?
וואָס איז פֿלינקער פֿון אַ מויז?
וואָס איז טיפֿער פֿון אַ קוואַל?
וואָס איז ביטער, ביטערער ווי גאַל?

טום־באַלאַ, טום־באַלאַ...

אַ קוימען איז העכער פֿון אַ הויז,
אַ קאַץ איז פֿלינקער פֿון אַ מויז,
די תּורה איז טיפֿער פֿון אַ קוואַל,
דער טויט איז ביטער, ביטערער ווי גאַל!

טום־באַלאַ, טום־באַלאַ...

Listen
Watch
Merci de nous prévenir si vous pensez que cette vidéo a été supprimée par YouTube.
Merci de nous prévenir si vous pensez que cette vidéo a été supprimée par YouTube.

Partition

Partition musicale - טום בללייקה - Tum balalaika

Remerciements

Merci à Aleksandra Grbic Hrustic pour cette chanson, sa traduction anglaise, la musique midi et la partition.

Ich dank aych zeyer!
Thank you in Yiddish